זיכערהייט פראטאקאלן


די Javits Center איז אפן פאר ביזנעס, און מיר זענען שטאלץ צו דינען אלץ טייל פון ניו יארק'ס עקאנאמישע אויפלעבונג. אונזערע איינגעשטעלטע ארבעטן פון די נאענט מיט אונזערע קליענטן, מיט רעגירונג'ס שותפים און מיט פארמישטע אין די אינדוסטריע צו זיכער מאכן אז אונזערע אפעראציעס זענען דאס מערסטע זיכער און ווירקזאם וואס איז נאר מעגליך. א דאנק די הויכע וואקסינאציע ראטע איבערן סטעיט און אין איינקלאנג מיט ניו יארק סטעיט און ניו יארק סיטי אנווייזונגען, איז א באווייז פון קאוויד-19 וואקסינאציע (צוויי דאזעס) פארלאנגט נאר פאר די וועלכע ארבעטן אין די געביידע, אריינרעכענענדיג:

  • Javits Center ארבייטער;
  • איינגעגלידערטע ארבייטער;
  • ארבייטער פון קאנטראקטאר פירמעס וועלכע פירן דורך ארבעט פאר די Javits Center;
  • ארבייטער פון אונזערע סערוויס שותפים און טענאנטס ווי FedEx און Fintech;
  • ארבייטער פון אלגעמיינע קאנטראקטארס און קאנטראקטארס באשטימט פאר אויסשטעלונגען; און
  • מענטשן וועלכע באזוכן די Javits Center אדמיניסטראטיווע אפיס פלאץ.

פנים צודעקן ווערן מער נישט פארלאנגט צו ארייגיין אין די געביידע.

באשטעטיגטע וואקסינען רעכענען אריין די וועלכע זענען אויטאריזירט געווארן פאר עמערדזשענסי באנוץ דורך די פאראייניגטע שטאטן עסן און דראג אדמיניסטראציע (Food and Drug Administration, FDA) אדער דורך די אלוועלטליכע געזונטהייט ארגאניזאציע (World Health Organization, WHO).


נאָך מיטלען


די Javits Center האט איינגעפירט נאך מאסנאמען צו פארמערן די זיכערהייט פון אלע באזיכער, אריינרעכענענדיג:

  • אינסטאלאציע פון א גאר ווירקזאמע לופט שטויב (High Efficiency Particulate Air, HEPA) פילטער צו רעדוצירן לופט פארפעסטיגנדע מאטעריאלן אין דעם פארזאמלונג צענטער;
  • אינסטאלאציע פון פיזיש דערווייטערטע זיצן אין אלע עסן און טרונקן ערטער;
  • אינסטאלאציע פון האנט סאניטייזער סטאנציעס אין אלע פובליק ערטער; און
  • אקרעדיטאציע דורך די Global Biorisk Advisory Council (גלאבאלע ביאלאגישע געפאר ראטע קאונסיל, GBAC) — די אינדוסטריע'ס העכסטע סטאנדארט פאר רייניגונג און דיסאינפעקשען.

אויב איר האט סיי וועלכע פראגן איבער געשעענישן, פארבינדט אייך ביטע מיט אונזער סעילס און מארקעטינג דעפּארטמענט. א דאנק פאר אייער קאאפעראציע.


אייקאניש און אינספירירנד

יעצט מער פון סיי ווען זינט איר עפענונג אין 1986, טוט די Javits Center ערפילן איר מיסיע צו שטיצן ניו יארקער. אנגעפירט דורך די ניו יארק פארזאמלונג צענטער אפערירנדע קערפערשאפט (New York Convention Center Operating Corporation, NYCCOC), א פובליק בענעפיט קערפערשאפט, האט די Javits Center געשפילט א קריטישע ראלע אין ניו יארק'ס ערהוילונג און ווידער-אויפשטייג, העלפנדיג שאפן א זיכערערע און שטערקערע צוקונפט פאר די עמפּייער סטעיט. מיט א היסטארישן פארברייטערונג פראיעקט פארענדיגט און 850,000 סקוועיר פיס פון בויגזאמע פלאץ פאר פארשידענע אויסשטעלונגען לענגאויס די פאנאראמישע האדסאן טייך, זעצט די אייקאנישע פלאץ פאר צו טרייבן די עקאנאמיעס פון ניו יארק סטעיט און ניו יארק סיטי דורכן אפהאלטן פאפולערע געשעענישן אין אלע פארעמען און מאסן. אין קיין איין פלאץ אינעם לאנד וועט איר נישט טרעפן א זאל מיט די ברייטע מיטלען, סערוויסעס און איינגעשטעלטע פון עליטע פראפעסיאנאלן איבערגעגעבן צו מאכן יעדע האנדלס פארשטעלונג, פארזאמלונג און ספעציעלע געשעעניש פאר א הצלחה. עס איז נישט קיין וואונדער אז כמעט 40,000 פירמעס האבן אויסגעוועהלט די Javits Center אלץ זייער באליבסטע זאל יעדע יאר, מאכנדיג דאס די מערסטע פארנומענע פארזאמלונג צענטער אינעם לאנד. און ווען איר נעמט אין באטראכט דאס אז די Javits Center זיצט אויף די גאסן וועלכע פארבינדן מאנהעטנ'ס ווידער-אויפשטייגנדע וועסט סייד געגנט, איז עס גרינג צו זען פארוואס אלעס וואס געשעהט, געשעהט דא.

גייענדיג פאראויס


אין אנטווארט צו די קאוויד-19 פאנדעמיע, איז די Javits Center צייטווייליגערהייט טראנספארמירט געווארן צו וואס טייל האבן גערופן די גרעסטע שפיטאל אין אמעריקע. א סך הכל פון 1,095 פאציענטן זענען טראנספערירט געווארן פון די ראיאנישע שפיטעלער און באהאנדלט געווארן מיט קאארדינאציע פון א רייע פעדעראלע, סטעיט און סיטי אגענטורן און ביזנעס שותפים וועלכע האבן געארבעט צוזאמען אויפן ארט. פון יאנואר ביז יולי 2021 האבן מיר אפערירט אלץ די גרעסטע וואקסינאציע צענטער אינעם לאנד – אין צוזאמענהאנג מיט די ניו יארק נעשיאנאל גארד (New York National Guard) און די ניו יארק סטעיט העלט דעפּארטמענט. מער פון 646,000 וואקסינען זענען אויסגעטיילט געווארן אין ווייניגער פון זעקס חודשים – ברענגענדיג א דאזע פון האפנונג פאר ניו יארקער דורכאויס די גרעסטע פובליק געזונטהייט קריזיס פון אונזער דור. א דאנק אייך, אלע אונזערע קארפענטערס, קעיטערערס, רייניגער, עלעקטרישענס, ענדזשענירן, פראכט הענדלער, פארבער, פלאמבערס, סעקיוריטי אפיצירן און אדמיניסטראטיווע איינגעשטעלטע וועלכע האבן געשפילט א ראלע אין די דעזיין, קאנסטרוקציע און אפעראציע פון די וואקסינאציע צענטער און די פעלד שפיטאל.


Getting Here


Within New York City, public transportation is always a quick and affordable way to go- and the opening of the new 7 Subway line extension across the street makes the trip even more convenient.
Arriving from out of state? We have directions and helpful tips whether you are arriving by car, train, plane, or more.

More Info
getting here map